Bobov 45 Union
- {{teams.current.teamName}}
$ Total Raised
Raised Of
{{campaign.isBonus?campaign.bonus:campaign.goal|currency}}
Goal
{{percentRaisedTotal() }}%
Original Goal {{campaign.goal|currency}}
{{region.regionName}}
{{region.regionRaised|currencyRate(region.regionGoalCurrency)}} 
Region Id: {{region.regionId}}
Goal:
{{region.regionGoal|currency(region.regionGoalCurrency)}}
{{region.regionContact}}
  • {{stage.description}} {{stage.description2}}

THE FUTURE IS NOW
HELP BOBOV-45 UNION AS IT CONTINUES BUILDING A THRIVING JEWISH COMMUNITY More ...

THEY’VE LAID THE FOUNDATION.
NOW WE WILL HELP SECURE THEIR FUTURE.

 

It all started with a dream.

Like so many dreams before, Union, NJ was going to be the home of a thriving Frum community with affordable living standards for child-blessed families.

There were doubts, obstacles and difficulties, but despite it all, the bold dreams have become an exciting reality.

Today, dozens of Chasidish families call Union home, Shabbos is felt in the streets, and many families are in the process of making the big move out to this tranquil neighborhood across the tunnel.

But even more importantly, Union, NJ now boasts heimish mosdos for boys and girls, on top of its beis medrash, mikvah, Jewish stores and more. The presence of mosdos is not just a bonus, it is the very reason why similar undertakings have failed and why Union has been able to see such hatzlacha, B”H.

As can be imagined, endless time, energy, resources and funds have been poured in to get these mosdos off the ground. Only with tremendous siyata dishmaya has this undertaking been crowned with a success.

But now, as leadership turns its eyes towards the future with crucial expansion necessary to accommodate the influx of talmidim, they can no longer do it alone.

The support of Klal Yisroel is urgently needed so that this ambitious and lofty mission of building a new Jewish community from scratch can be fortified and advanced into the future.

Not only is this a great and wonderful tzedakah cause, but being part of this mission guarantees every donor a part in the endless Torah and Yiddishkeit that will be perpetuated in this fledgling community until Moshiach’s day.

Please open your hearts and lend a hand to the dedicated askanim and courageous families who did the heavy work in establishing this beautiful and welcome community.

Your donation today will bear dividends — and zechusim — for years to come!

Tizku Lemitzvohs

עיר ואם בישראל יוניאן.
ווי אומגלויבליך עס הערט זיך, זענען די אויבנדערמאנטע ווערטער א פשוטע מציאות ב"ה!
יא, היינט צו טאג איז "יוניאן" שוין נישט בלויז א שטילע רואיגע געגנט אינערהאלב ניו דזשערזי, נאר "יוניאן" סימבאליזירט א געלונגענע נייע שטאט וואס ווירבלט מיט אידישקייט, א הערליכע בליענדע ישוב וואס בויעט זיך ב"ה לשם ולתפארת.
אנגעהויבן האט זיך עס מיט בלויז א הייפעלע פון חסידישע יונגעלייט וועלכע האבן זיך ארויסגעצויגן פון די באוואוינטע חרדישע געגנטער, מיטן ציל צו קענען אוועקשטעלן א פרישע ווינקל פארן עתיד פון זייערע קינדער און דער עתיד פון כלל ישראל. אינאיינעם האט מען דורכגעשוויצט די כל התחלות קשות און באוויזן בחסדי ה' אהערצושטעלן א לעכטיג ארט וואס וואקסט בליעה"ר פון טאג צו טאג, באגלייט מיט אן אויסטערלישע הצלחה און סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט.
ויסעו מ'ברוקלין' ויחנו ב'יוניאן'!
מיט א קנאפע צוויי יאר צוריק, צוזעענדיג די שטייגענדע דירות קריזיס אין די היימישע שטעט, האבן זיך געציילטע אינגעלייט אריינגעלייגט צו טרעפן א לעזונג, און בס"ד האט מען אויסגעקליבן די הערליכע שטעטל יוניאן אלס א פרישע פלאץ אויפצושטעלן א חסידישע וואוינארט. שטייענדיג צוויי יאר דערויף וואוינען שוין דארט צענדליגע ערליכע חסידישע משפחות, און די צאל נייע תושבים האלט אין איין שטייגן מיט יעדע פארבייגייענדע טאג.
די ערשטע נחשונים זיך אהינציען צום נייעם שטאט זענען געווען א קבוצה פון חסידי באבוב 45 וועלכע האבן זיך דארט באזעצט בעידודו פון רבם ומאורם כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א. ואת יהודה שלח פניו להורות לתקן לו בית תלמוד... זעלבסט פארשטענדליך אז דער ערשטע יסוד הצלחה כדי אוועקצושטעלן א נייע שטאט אויפן דרך המלך, דארף מען אויפשטעלן א ביהמ"ד און מוסדות החינוך און אלע אנדערע רוחניות'דיגע באדערפענישן, ווייל בלויז אין דעם איז תלוי דער עתיד פונעם שטאט.
געזאגט און געטון, גלייך האבן זיך עטליכע געטרייע עסקנים אריינגעווארפן מיטן גאנצן כח, און צום ערשט געעפענט א פראכטפולע בית המדרש און מקוה מפוארה, גלייכצייטיג האט מען געגרינדעט מוסדות באבוב 45 יוניאן, וואס באשטייט שוין היינט בליעה"ר פון א תלמוד תורה און מיידל סקול מיט איבער 200 קינדערלעך. עס איז ממש א נחת צוצוקוקן ווי די באסעס פירן טעגליך די לעכטיגע קינדערלעך איבער די יוניאן גאסן, צו און פון זייער צווייטע היים וואו זיי ווערן נתחנך בדרך רבוה"ק אויפן שענסטן פארנעם, מיט די העכסטע סטאנדארטן ברוחניות ובגשמיות. דער מוסד דינט אייגנטליך אלס צענטראלע חדר און סקול פונעם גאנצן שטעטל, און אויך פאר ארומיגע נייע געגנטער.
ממונו של עיר מעמידו על רגליו!
יעצט האלט מען שוין ב"ה ביים פאזע וואס מ'האט געענדיגט "אויפשטעלן" די קהלה ומוסדות, אבער אצינד קומט די הויפט און וויכטיגסטע טייל, מען דארף עס "אוועקשטעלן" אויף א פעסטע יסוד! די פאקט האט שוין געצייגט ביי אנדערע נייע שטעטלעך און ישובים, די עיקר הצלחה האט זיך געוואנדן ווי ווייט עס איז געווען אוועקשטעלט מיט א שטארקייט. מיר מוזן העלפן אוועקשטעלן די שטאט כדת וכראוי, אז עס זאל האבן א גוטע עתיד בעז"ה. אוועקשטעלן די קהלה ומוסדות נעמט אריין, איינקויפן און איינרישן נייע בנינים, צושטעלן א פלאטע פון באסעס, איינהאנדלען פארשידענע נויטיגע הצטרכות'ער לטובת המוסדות, און נאך.
תושבי יוניאן ווענדן זיך מיט א בקשה צו כלל ישראל: טייערע ברודער אחים לדעה! יעצט איז פארהאן די זעלטענע געלעגנהייט צו זיין פון די עמודי התווך פונעם צוקונפטיגן עיר ואם בישראל! געדענקט! מיטן העלפן יוניאן האט איר א חלק אינעם עתיד פון אונזער שטאט!
מיט יעדע נתינה וואס איר געט פאר יוניאן, זענט איר א גלייכער שותף אינעם אויפבוי און עקזיסטענץ פון אונזער הערליכן עתיד! מיט יעדן דאללאר פארן קאמפיין געט איר אונז די מעגליכקייט מרחיב זיין גבולי הקדושה אז יוניאן זאל קענען אקאמאדירן פרישע תושבים וואס ווילן זיך ארויסציען צו אונזער שטאט צו ערציען משפחות נאמנים לה' ולתורתו מיט מנוחת הנפש און הרחבת הדעת!
לייגט צו א פלייצע צו העלפן להעמיד עיר יוניאן על תילה!

{{team.teamName}}
Team Id: {{team.teamSlug > '' && !isNaN(team.teamSlug) ? team.teamSlug:team.teamId}}
Goal: {{team.teamGoal|currency(team.teamCurrency)}}